Preview Mode Links will not work in preview mode

Havineini - הבינני


'מודעה והתנצלות פאר די חשוב'ע מקשיבי השיעור שיחי

May 25, 2021

מודעה והתנצלות

מיר טוען זיך אנטשולדיגן פאר די חשוב'ע מקשיבי השיעור שיחי', נאכדעם וואס אין די לעצטערע טעג האט עטליכע מאל געשפעטיגט דאס ארויפלייגן די טעגליכע שיעורים אויפ'ן טעלעפאון און דאס ארויסשיקן די שיעורים אויף אימעיל און די אלע ערטער ווי דער שיעור ווערט פארשפרייט.

מיר בעטן פארשטענדעניש פונעם חשוב'ן ציבור אויף די אומבאקוועמליכקייט וואס איז געשאפן געווארן, אין רעזולטאט פון דעם וואס דער געטרייער איבערגעגעבענער ממונה וועלכער איז מפיץ די שיעורים מדי יום ביומו, הרה"ח ר' שרגא גאלדשטיין הי"ו איז ליידער אין די יעצטיגע טעג מוקף בחבילי טרדי"ן וויילנדיג אין שפיטאל מיט זיין זון הב' החשוב וועלכער איז ליידער געשעדיגט געווארן ביים אסון נורא פון די פארענטשעס צוזאמפאל בחצר הקודש קארלין סטאלין, און אלס תוצאה דערפון קען אין די קומענדיגע טעג זיך מעגליך שאפן שפעטיגונגען ביים ארויפלייגן די שיעורים.

ביי דעם געלעגנהייט דארף מען אויסדרוקן אן הכרת הטוב פאר הרה"ח ר' שרגא הי"ו פאר די געטרייע ארבייט בלב ונפש וואס ער גיט זיך אוועק בנאמנות זה זמנים טובא תמידין כסדרן לזכות את הרבים, מיט א געוואלדיגע פונקטליכקייט טאג טעגליך להנאת הציבור מקשיבי השיעורים, זכה וזיכה את הרבים, זכות הרבים תלוי בו.

און מיר אפעלירן צו אלע מקשיבי השיעור מתפלל צו זיין לרפואת בנו הב' החשוב שמעון בן לאה לרפואה שלימה בקרוב על רמ"ח אבריו ושס"ה גידיו, בתושח"י.

 

נ.ב. ווער עס וויל זיך משתתף זיין אינעם קרן להוצאות רפואת קען רופן אויף

   646-693-8200 X 84888

 אדער קען מען מנדב זיין דורך דעם לינק

https://www.charidy.com/karlintragedy/84888 

בכבוד והערצה

מכון הבינני